מוזיק נייעס
ליפּא'ס נייער אלבום שאקלט די יידישע מוזיק וועלט
מוטי - מוזיק וועלט רעדאקציע · ליפא שמעלצער · 1 Sept 2026, 03:39

Lipa Schmeltzer
קול תקיעה! ליפא שמעלצער איבערראשט די מוזיק וועלט מיט אן עקסקלוסיוו פריוויו פארן נייעם אלבום "ליפּא'ס תקיעות"!
היינט מוצאי שבת באַקומט די מוזיק וועלט אַן עקסקלוסיוו ערשטן פּריוויו פונעם הויך-ערוואַרטעטן אלבום מיטן נאמען "ליפּא'ס תקיעות" דורך דעם וועלט-באַקאַנטן זינגער און קעניג פון קריעטיוויטי, ליפא שמעלצער. דער אלבום איז ערוואַרטעט צו ערשיינען אפיציעל שוין דעם קומענדיגן וואך!! (דינסטאג?!)
דער נייער אלבום ברענגט אַ געוואַלדיגן חידוש אין די אידישע מוזיק וועלט מיט 10 מוזיקאַלישע תקיעות וואָס פאַרבינדן עכטע וואַרעמקייט, טיפע שמחה, און מאָדערנע פּראָדוקציע אויפן העכסטן קוואַליטעט. אין דעם אלבום ווערט רבי ליפּא באַגלייט דורך באַרימטע וועלט-חזנים, מיט מוזיקאַלישע אַראַנזשירערס פון די סאַמע גרעסטע נעמען אין די מוזיק אינדוסטריע.
לשמוע קול תקיעות ליפא שמעלצער

